וואשינגטאן – א פרישער פלאג קומט אויף פאסאזשירן וואס רייזן אויף עראפלאנען, נעמליך אז מען גייט זיי אויספרעגן און אויספארשן. עס האנדעלט זיך ביי אויסלענדישע פאסאזשירן וואס קומען צו פליען אריין קיין אמעריקע. פינף גלאבאלע עירליינס האבן געמאלדן אז זיי גייען איינפירן דעם נייעם סיסטעם, אין וועלכע פאסאזשירן וועלן דורכגיין א קורצן 'אינטערוויו' ביים אויפשטייגן אויפ'ן עראפלאן. עס נעמט אריין עיר-פרענס, קאטעי-פאסיפיק, עגיפטן-עיר, עמירעיטס און לופטהאנזא.

דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע האט געהייסן די עירליינס פארבאטן פאסאזשירן פון ארויפברענגען לעפטאפ קאמפיוטער אויף די עראפלאנען, נאכ'ן פארדאכט אז אייסיס זוכט דאס אויסצונוצן כדי ארויפצושמוגלען א באמבע אויף אן עראפלאן. דער פארבאט איז אראפגענומען געווארן עטליכע מאנאטן צוריק, און די גלאבאלע עירליינס האבן באקומען 120 טעג זיך אונטערצונעמען נייע זיכערהייט פארבעסערונגען. די אינטערוויוען, וואס פאסאזשירן וועלן דורכגיין, וועט זיין א טייל פון די נייע זיכערהייט מאסנאמען וואס די עירליינס נעמען אונטער, צו בארואיגן די זארגן פון אמעריקע.

בילד: עירליינס וועלן אנהויבן שטרענג אויספרעגן פאסאזשירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל