ריכטער ווארפט אפ פארלאנג צו אפשטעלן קרית יואל'ער וואוקס

דורך מיללער

קרית יואל, פאלם טרי - ניו יארק

היינט אינדערפרי דאנערשטאג לך תשע"ח וועט פארצייכנט ווערן אין די היסטאריע פון קרית יואל אלס א טאג וואס די הרחבת גבולי הקדושה האט באקומען א שטארקער שטופ פאראויס, מיט די ענדגילטיגער פסק פון די ניו יארק סטעיט אפעלאט אפטיילונג האט אפגעווארפן די פארלאנג פון די ארומיגע טאונס און שכנים אפצושטעלן דעם וואוקס פון קרית יואל דורכ'ן פארמיידן א צופרידנשטעלנדער וואסער סופליי פאר קרית יואל'ס געברויך בהווה און נאכמער בעתיד.

די היסטאריע פון די געריכט גייט צוריק א לאנגע צייט, אלס די לעצטע אין די רייע פון א קייט פון צרות און קלאגעס וואס די ארומגיע שכינות'דיגע טאונס און ארויף ביז צו די קאונטי רעגירונג האבן אויסגעטיילט פאר קרית יואל איבער די וואסער סופליי בכלל און איבער די מאסיווע וואסער פייפליין וואס שטייט היצטערט ביי די לעצטע פאזעס איידערן קענען אריינגיין אין באנוץ נאך באלד צוואנציג יאר פון פלאנירונג און קאנסטראקציע ווערק.

נאכדעם וואס קרית יואל האט שוין באקומען אלע נויטיגע פערמיטן צו בויען און אריינצולייגן די ערשטע זיבן מייל פון פייפס וואס לויפט פון קרית יואל, ביז די שטח וואס באלאנגט פאר קרית יואל אינעם מאונטענוויל געגנט פון קארנוואל, האט אויסגעפעלט אז די ניו יארק סטעיט זאל באשטעטיגן די באנוץ פון צוויי מאכטפולע וואסער קוועלער וועלכע געפונען זיך אונטער יענעם שטח, וואס די קוועלער וועלן דינען אלס צייטווייליגער וואס סופליי פאר קרית יואל ביז די צווייטע העלפט פונעם פייפליין ווערט פארטיג און צוגעטשעפעט צום ניו יארק סיטי וואסער עקוועדאקט אין ניו ווינדזאר, ניו יארק, און עווענוטעל וועלן די קארנוואל קוועלער זיין די 'בעקאפ' סופליי וואס ווערט פארלאנגט אין פאל דער פייפליין דארף צייטווייליג פארשפארט ווערן פאר רוטינע מעינטענענס אד"ג.

די סטעיט אפערירטע 'דעפארטמענט אוו קאנסערוואציע" באקאנט אלס DEC האט אויפגענומען די פארלאנג פון קרית יואל אויף צו אפערירן די קוועלער, און לויט זייערע פארשריפטן האבן זיי דורכגעפירט די נויטיגע שטודיעס, און וואוסענדיג אז די קוועלער ווערן גע'טשעלענדזשד' דורך די שכינים איז די DEC ארויסגעגאנגען פון זייער וועג און האבן דורכגעפירט אן עפענטליכער פארהער צו הערן די טענות פון אלע צדדים איידער זיי פאסן זייער באשלוס, און נאכן קומען צום איבערצייגונג אז די טענות זענען נישט באגרונדעט האבן זיי געשאנקען די רעכטן פאר קרית יואל צו נוצן די קוועלער.

די שכנים האבן זיך אבער נישט אפגעשטעלט, און זיי האבן גענומען די DEC און געריכט, קלאגענדיג אז זיי זענען נישט נאכגעקומען די נויטיגע פארשריפטן ביים אויטאריזירן די באנוץ פון די קוועלער, און ווי יעדע געריכטליכע פראצעדור האט דאס אפגעשטעלט די וואסער פלענער פאר עטליכע חדשים, ביז ווען די ניו יארק סטעיט העכסטע געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס, און איינגעשטימט מיט די DEC אז די קוועלער קענען געעפנט ווערן און גענוצט ווערן דורך קרית יואל.

עס האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי דעם, די דערמאנטע פארלירער האבן אריינגעברענגט די העכערע ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט אינעם בילד, און זיי האבן אפעלירט דעם פסק - אין די זעלבע צייט האבן זיי פארלאנגט אז די אפעלאט געריכט זאלן קודם צייטווייליג אפשטעלן די ארבייט אויף ביז ווען דער ענדגילטיגער פסק קומט ארויס, דער פארלאנג ווערט גערופען א 'סטעי' - און דאס האבן זיי באוויזן דעמאלס צו באקומען פונעם אפעלאט געריכט, וואס האט ווידער געלייגט די וואסער סופליי אונטער אן אפשטעל, וואס האט געפירט צו גאר א טיעפער וואסער קריזיס אין קרית יואל פארגאנגענען זומער סעזאן, ווען די וואסער באנוץ גייט ארויף נאטורליך אין צוגאב צו די וואוקס בליעה"ר וואס קרית יואל גייט אדורך מיט יעדן פארבייאיגען טאג קע"ה, און די היצטיגע קוועלער קענען נישט באגנוגן די וואסער פארלאנג אין קרית יואל.

די וואסער קריזיס דעם זומער האט געפירט צום ערשט צו הויכע געלט שאדנס אין וואסער 'טראקינג' ווען קרית יואל איז געווען געצווינגען אריינצוברענגען וואסער טראקס פונדרויסן, וואס יעדע טראק קאסט אפ א געוואלד, און דורכאויס דעם זומען האט קרית יואל געדארפט שפענדן א הון תועפות פאר וואסער - אבער מער פונדעם האט די קריזיס ארויפגעלייגט א כמו-מאראטאריום אויף פארשידענע בוי-פראיעקטן אונטער פארשידענע פאזעס, פארלאנגזאמענדיג די דירות סופליי וואס האט ווידער צוגעגעבן צום לעצטן דירות קריזיס און הויכע דירות פרייזן.

עטליכע פראיקעטן האבן זיך אפגעשטעלט איידערן באקומען די לעצטיגע פערמיטן געעפנט צו ווערן, דורכדעם וואס די סטעיט פארלאנגט א צופרידנשטעלנדער וואסער סופליי פאר גרעסערע נייע דירות פראיעקטן, און אנדערע פראיעקטן האבן זיך אפגעשטעלט ביי די פלאנירונגס פאזעס נישט וועלנדיג אינוועסטירן געלטער אן א פארזיכערונג אס דער פראיעקט וועט נישט פארהאנקערט ווערן, און אויף א גרעסערער פארנעם איז די 'אנעקסעישאן פראצעדור' שטיין געבליבן, נאך אלע זיגרייכע געווינסן אין די געריכטן, האט קרית יואל נישט געקענט פארענדיגן די רי-זאונינג פראצעדור אז די נייע באדנס זאלן קענען אנהייבן אנטוויקלט צו ווערן פאר א ברייטע דירות סופליי, ווייל די 'סיקרע פראצעדור' וואס ווערט פארלאנגט אין אזא פאל דארף אריינעמען א גענויער פלאן פאר וואסער אין די נייע שטחים.

היינט דאנערשטאג אינדערפרי - אזויווי יעדע דאנערשטאג ווען עס קומען ארויס די באשלוסן פונעם אפעלאט געריכט פון די פארגאנגענע וואך - האבן פיר הויכגעשעצטע ריכטער אויפן אפעלאט באנק איינגעשטימט מיט די נידריגערע ניו יארק סטעיט געריכט'ס באשלוס, און בחסדי השי"ת ארויסגעווארפן אלע קלאגעס אקעגן די באנוץ פון די וואסער קווועלער, און ווי די ריכטער פירן אויס זייער פסק (פרייע איבערזעצונג): נאכן באשטעטיגן אז די איבערגעבליבענע אנקלעגער (עטליכע קלעגער זענען ארויסגעפאלן פשוט ווייל זיי האבן נישט וואס אריינצורעדן אין די קעיס בכלל לויטן געריכט - אבער אפי' די וואס האבן יא 'סטענדיגס') און זייערע טענות זענען נישט אקעדעמיש (אויסגעהאלטן), אין ליכט פון דעם, האבן מיר דאס באטראכט און מיר זעהן אלעס אלס 'אומבאגרונדעט'!

בילד: אונטערגעשריבן; ריכטער י. פ. מעקערטי, מיט די צושטומינג פון די ריכטער; איגען, לינטש און דיוויין

די פסק האט איבערגענומען די נייעס פונעם טאג אין קרית יואל און אלוועלטליך וואו סאטמארער חסידים וואונען, אלס א בשורה טובה ומרנינה וואס וועט צוהעלפן צו הרחבת גבולי הקדושה, און וועט געבן א שטארקער שטופ פאר די דירות סופליי בס"ד ערמעגליכענדיג פאר קרית יואל ווייטער צו גיין מיט די אנעקסירטע שטחים און אנדערע וויכטיגע פראיעקטן בעזהשי"ת. און אוודאי די באלדיגע הילף וועט זיין אז דאס וועט פירן דראסטיש צו רעדוצירן די דירות קאסטן, ווען די פארשידענע שפעקולאנטן און מייקרי השער וועלכע האבן ביז יעצט אויסגענוצט די מאנגל און פאניק איבער א געצוימטער דירות געבוי צו הייבן און אנהאלטן די הויכע פרייזן, וועלן זיכער באטראפן ווערן מיט א ווידערשפעניגונג פון די פאטענציעלע קונים, וואוסענדיג אז א 'באיערס מארקעט' איז אויפן האריזאנט.

עס בלייבט איבער צו האפן אז דאס זאל זיין די לעצטע קאמף איבער די וואסער, און קרית יואל זאל קענען פאראויס גיין מיט די ריזיגע פלענער פארן צוקונפט, בס"ד בכוחם ובזכותם של רבותה"ק זי"ע בגנזי מרומים





ווי איז דאס געשעהן?

אלע לעבעלס

~ א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אזיע אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אל-על אלאבאמא אלאסקע אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלכסנדר אקאסטא אלעקס אזאר אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפקויפן און פאראייניגונג אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארי ווייזער אריזאנע ארכעאלאגייע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בי-ענד-עידזש בי.עם.דאבעליו ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל קעסידי בילדער בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בערל לאזאר בערני סענדערס בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען ראסס ברית מילה ברסלב ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס געזונט געזעץ געזעץ ענפארסעמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניקען רעפובליק דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טעילאר דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש סאראס דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשעב הענסערלינג דזשעט-בלו דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעט דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דירות דניאל העקסטער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד דיוק דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דען קאוטס דענמארק דער בלאט דער יוד דראגס דראון דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט האוואאי האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האניוועל האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין מאריא הדס גאלדפארב הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערי ווילסאן העשי טישלער וואו עיר וואולקאן וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידעא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר ט טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאיאטע טאליבאן טאם טיליס טאם מארינאו טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאמעס שענאן טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים רייען טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעפיק באריכט טשאד טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשעטשניע טשעכיי יאהו יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יוטא יולעט פעקערד יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעקב ליצמאן יצחק אולמאן ירדן ירושלים ישראל בער שטיין ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לוטער סטרענדזש לוי מאיער לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט מאד-סליידס מאדנע מאונט סיני העלט סיסטעם מאיר לאבין מאלאזיע מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסלעמענער מורסא מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל כהן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מעדיקעיד מעדעצין מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך ניעל גורסאטש ניקאול מאליאטאקיס ניקאלעס מאדורע ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעשאנעל גארד סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלוואדאר נאסראלא סאמאליע סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטארבאקס סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סי.איי.עי. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סילוועסטער טורנער סינגאפאור סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעט ריטש סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגעי גארקאוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו ספארטס ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספערן ספרינט סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקול באס סרי לאנקא עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד פילליפ עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עירבאס עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עממאנועל מאקראן עמעזאן עמערסאן מענאנגאגווא ען.אר.עי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריק גאנזאלעס עריק טראמפ עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארד פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינלאנד פלארידע פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסיכאלאגיע פעדעריקא ווילסאן פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא צפת קאוועיט קאורי בוקער קאורי לאוואנדאוסקי קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטרוקציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטקא קאקא קאלא קארו קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קווינס קולטור קום יאנג-און קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיעט שילער קירוב רחוקים קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיפ ווארדע קעליען קאנוועי קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראבאט ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד קארדרעי ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריק סקאט ריק פערי ריקאל ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטייער שי דזשינפינג שינזא אבעי שיפפינג שיקאגא שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה פעלדער שמחות שעלדאן סילווער שעלי קעפיטא שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב