ניו יארק – פאליציי האט ארעסטירט א פארשוין וועלכער האט אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע לאזונגען און א האקנקרייץ אויפ'ן הויז פון זיינע אידישע שכנים. דער אינצידענט האט פאסירט אין סטעטן איילענד, ניו יארק, וואו דער פארשוין דזשעימס ריזאו האט גענומען פארב און אנגעפירקלט די דערמאנטע אנטיסעמיטישע גראפיטי אויפן גאראדזש פון דער אידישער פאמיליע. פאליציי קעפטעין מארק מאלינארי פון דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט געזאגט, אז די פאליציי אויספארשער האבן באוויזן שנעל און גרינג צו אידענטיפיצירן דעם שולדיגן פארשוין, דורכ'ן איבערקוקן סורוועילענס קאמערעס וואס די אידישע פאמיליע און ארומיגע שכנים האבן איבערגעגעבן. לויט איין באריכט, האט ריזאו זיך אליינס מודה געווען פאר די פאליציי אז ער האט דורכגעפירט די גראפיטי אטאקע, זאגנדיג אז ער האט געוואוסט אז זיינע שכנים זענען אידן, "לויט וויאזוי זיי האבן גערעדט". אויף דער פארארדענונג פונעם לאקאלן ניו יארק סיטי קאונסילמאן, זענען די פאליציי אראפגעקומען מיט א פריוואטע פירמע, וועלכע האט פרייוויליג און אומזיסט אפגעפארבט דעם וואנדאליזירטן גאראדזש.

בילד: אנטיסעמיטישע גראפיטי אין סטעטן איילענד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל