טאקיא – דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט געלאזט הערן אז ער וויל דורכפירן פארשידענע ערנסטע טוישונגען אין דער ארטיגער קאנסטיטוציע. אבעי האט נארוואס געוואונען ווידערוויילונג, ווען זיין פארטיי איז אריינגעקומען גאר שטארק ביי די פארלאמענט וואלן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן זונטאג, וואו אבעי'ס "ליבעראלע דעמאקראטישע" פארטיי און זיין קאאליציע שותף, די קליינע "קאמיעטאו" פארטיי, האבן באקומען אינאיינעם 310 פון די 465 זיצן אינעם פארלאמענט.

אבעי צילט בעיקר צו טוישן דאס וואס יאפאן האט נאכ'ן צווייטן וועלט קריג אדאפטירט א "פאסיפיסטישע" קאנסטיטוציע, דערמיט וואס יאפאן האט דאן אומאפיציעל פארשפראכן מער קיינמאל נישט אנטיילצונעמען אין מלחמות און דאס יאפאנעזער מיליטער איז קיינמאל נישט צוריקגעשטעלט געווארן מיט דעם זעלבן מאכט ווי בעפאר'ן קריג. אבעי'ס שטארקע געווינס, ערלויבט אים לעגאל דורכצופירן די קאנסטיטוציע טוישונגען אליינס, און דאס ברענגט גרויס אנגעצויגנקייט ביי כינע און דרום קארעא, וועלכע האבן שטארק געליטן פון דעם יאפאנעזער מיליטער בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג.

בילד: יאפאן'ס פירער וויל קאנסטיטוציע טויש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל