אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט נעכטן אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע וועט שטעלן פרישע צוימונגען אויף עלעקטראנישע ציגארעטלעך לענגאויס ניו יארק סטעיט. דאס נייע געזעץ וועט פארבאטן מענטשן פון רייכערן עלעקטראנישע ציגארעטלעך אין רעסטוראנטן, ארבעטס פלעצער און אנדערע פובליק פלעצער, און ס'ברייטערט פשוט אויס דאס עקזיסטירנדע "ריינע אינעווייניגסטע לופט" געזעץ וועלכע האט פארבאטן געהעריגע ציגארעטלעך פון ווערן גערייכערט אין פובליק געביידעס.

קאומא האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז דער פארבאט וועט ברענגען אן ענדע צו די געזונטהייט פראבלעמען וואס די עלעקטראנישע ציגארעטלעך ברענגען, סיי פאר די וועלכע רייכערן עס און סיי פאר די ארומיגע, און ווי קאומא צייגט אן אויף שטודיעס, וואס די "אמעריקען לונגען סאסייעטי" האט דורכגעפירט, האבן די עלעקטראנישע ציגארעטלעך לאנגטערמיניג גאר ערנסטע געזונטהייט אפעקטס.

בילד: פרישע צוימונגען אויף עלעקטראנישע ציגארעטלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל