באסטאן – א באסטאנער איינוואוינער איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג, ביי א דזשורי פראצעס, אין פלאנירן אן אייסיס סטיל אטאקע אויף א רעפארטער, פאמעלא געלער, וועמען ער האט געוואלט אפהאקן דעם קאפ, אזוי ווי די אייסיס טעראר גרופע פירט זיך.

דער 28 יעריגער דעיוויד רייט איז געפונען געווארן שולדיג אויף פינף פארברעכנס פונקטן, פאר'ן פלאנירן די אטאקע אינאיינעם מיט זיין פעטער, א מוסולמענער עקסטרעמיסט, און א קוזין. געלער איז געווארן א ציל פאר די עקסטרעמיסטן ווען זי האט ארגאניזירט א פארזאמלונג אין טעקסאס וואו מענטשן האבן געקענט מאלעווען בילדער פון מוכאמעד, א זאך וואס איז פארבאטן ביי די מוסולמענער. צוויי מענטשן וואס האבן פרובירט דאן צו אטאקירן דעם לאקאל אין גערלאנד, טעקסאס, זענען דערשאסן געווארן. רייט האט זיך דאן גענומען פלאנירן מיט זיין פעטער, אוסאמא אבדולא ראכים, און זיין קוזין, ניקאלעס ראווינסקי, וויאזוי צו דערמארדן געלער. די פאליציי האט מיטגעהאלטן מיט אלע פלענער. אינצווישן איז ראווינסקי אפגעשטעלט געווארן אינדרויסן פון א שאפרייט אין באסטאן און די פאליציי האט אים געוואלט אויספרעגן, ער האט געדראעט די פאליציי מיט א מעסער און איז דערשאסן געווארן.

איצטערט וועט מר. רייט אפשמאכטן אין טורמע.

בילד: באסטאנער שולדיג איבער אייסיס-מארד פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל