א מאסיווע סייבער אטאקע האט באטראפן פארשידענע אינדוסטריס אין רוסלאנד, און אזוי אויך אין אוקראינע, טערקיי און דייטשלאנד. די אטאקע איז געווען דורך אריינדרינגען א וויירוס מיט׳ן נאמען ״בעד-רעביט״ אין די סיסטעמען פון די לופטפעלדער און פון באן סטאנציעס און אזוי אויך פון נייעס אגענטורן. די וויירוס האט באטראפן די צענטראלע לופטפעלד אין אודעסע אוקראינע ווי עטליכע רייזעס זענען פארשפעטיגט געווארן, און אזוי אויך די מאשינען אין די אונטערערדישע באן סטאנציע אין קיעוו. די רוסישע נייעס אגענטור אינטערפאקס איז באטראפן געווארן און נאך אנדערע פירמעס.

דערווייל איז נישט קלאר ווער עס שטייט דערונטער און ווער עס איז די ציל פון די סייבער אטאקע.

בילד: סייבער אטאקע אין רוסלאנד און אוקראינע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל