איסלאמאבאד – א פאקיסטאנער געריכט האט אנקלאגט פאקיסטאן'ס געוועזענער פרעמיער מיניסטער, נאוואז שאריף, מיט א סעריע קארופציע קלאגעס. שאריף איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט פארלאפענעם יולי, נאכ'ן ווערן באשולדיגט אין באהאלטן אז ער פארדינט יערליך דריי טויזנט דאלער פון אן אויסלענדישע פירמע און דאס געלט ווערט געהאלטן אומבארירט אין אן אויסלענדישע באנק אקאונט. דאס העכסטע סופרים קאורט אין לאנד האט אים דערקלערט אומקוואליפיצירט אנצוגיין מיט זיין פאזיציע אלס פירער. די יעצטיגע אפיציעלע קרימינאלע קלאגעס קעגן שאריף קומען פון אויפדעקונגען וואס זענען געמאכט געווארן אין די "פאנאמא דאקומענטן", וועלכע האבן אויפגעדעקט פיל קארופציע און געהיימע געלטער וואס מאכטפולע פיגורן איבער דער וועלט פארמאגן אין באהאלטענע באנק אקאונטס, אבער שאריף איז נישט דערווארט פאקטיש צו דינען א טורמע טערמין, און אויך האט ער נישט דערווייל טעכניש געקענט ארעסטירט ווערן אויף די קלאגעס, וויבאלד ער געפינט זיך אין לאנדאן, וואו זיין פרוי קריגט קריטישע מעדיצינישע באהאנדלונג.

בילד: פאקיסטאן'ס געוועזענער פרעמיער געקלאגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל