מאנהעטן – די ניו יארק סיטי רעגירונג, אין שפיץ פון מעיאר דעבלאזיא, האבן אנגעהויבן א גאר אגרעסיוון קאמפיין, זיך צו בעטן ביי עמעזאן אז זיי זאלן אויסוועלן ניו יארק סיטי אלס דאס ארט אוועקצושטעלן די נייע הויפטקווארטירן, וואס עמעזאן פארשפרעכט אז ס'וועט ברענגען ארום פופציג טויזנט נייע דזשאבס און אנדערע אומגעהויערע פאזיטיווע עקאנאמישע אנטוויקלונגען פאר דער שטאט וואס ווערט אויסגעוועלט. אלס טייל פון איר קאמפיין, האט די דעבלאזיא אדמיניסטראציע ארויסגעשטעלט עטליכע סטאטיסטיקס איבער ניו יארק סיטי, אויסרעכענענדיג וויפיל ארבעטער עס זענען דא אין די סיטי און וויפיל עמעזאן וועט בענעפיטירן פון דער סיטי.

באזונדער האט דעבלאזיא פארארדענט מיטוואך נאכט אז אלע באקאנטע גרויסע וואלקנקראצער געביידעס, אריינגערעכנט דער עמפייער סטעיט בילדונג און דער פרידאם טאוער, און אויך די גרויסע בילבאורדס אין טיימס סקווער, זאלן טוישן זייערע קאלירן צו אראנדזש, דער אפיציעלער קאליר פון עמעזאן. דער שריט פון טוישן קאלירן איז אראפגעריסן געווארן אלס אביסל צו בעטלעריש זיך געבעטן צו עמעזאן, אבער ס'איז אנגעצייגט געווארן אז ס'איז פארט נישט אזוי אבסורד ווי א קליין שטעטל אין דער סטעיט דזשארדזשיע, וואס האט אנגעבאטן אז זיי זענען גרייט צו טוישן זייער שטעטל'ס נאמען צו "עמעזאן" אויב די פירמע וועט זיי אויסוועלן פאר די הויפטקווארטירן.

בילד: ניו יארק סיטי בעט זיך ביי עמעזאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל