שטייענדיג ארום א יאר פאר די קריטיש וויכטיגע מיד-טוירם וואלן האט די פירערשאפט פון די רעפובליקאנער אין קאנגרעס און סענאט דערקלערט אז זיי וועלן צוריקקעמפן קעגן דעם געוועזענעם ווייסע הויז הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן וואס גרייט אן א העפטיגע קאמפיין קעגן די רעפובליקאנער קאנדידאטן וועלכע שטעלן זיך נישט צו צו זיין נאציאנאליסטישע אגענדע. א סופער-פעק וועלכע איז פארבינדען צו די רעפובליקאנער פירערשאפט האט אונטערגענומען א מאסיווע קאמפיין צו אטאקירן בענאן פערזענליך און אים צוריקהאלטן פון שפילן א צענטראלע ראלע אין די מיד-טוירם וואלן. די סופער-פער וועט זוכן צו אראפמאלן בענאן אלס ווייסע נאציאנאליסט און אויפדעקן זיינע פארבינדונגען מיט עקסטרעמיסטן און אזוי ארום שאדן מאכן פאר די קאנדידאטן וואס זענען פארבינדען מיט אים. אנאליסטן האלטן אז דאס וועט ברענגען צו א שארפע צוטיילונג צווישן רעפובליקאנער, א זאך וואס קען מעגליך קאסטן פאר די רעפובליקאנער צו פארלירן זייער מאיאריטעט אין קאנגרעס און אין סענאט.

בילד: רעפובליקאנער פירערשאפט דערקלערט קריג קעגן סטיוו בענאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל