אלבאני – ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומא, האט געמאלדן אז ער האט אונטערגעשריבן א ניי געזעץ וואס וועט פארלאנגען פון געלע און גרינע טעקסי דרייווער און אנדערע קאמערציאלע דרייווער צו דארפן זיך איינבינדן מיט "סיט-בעלטס" ביים דרייווען. רעפובליקאנער סטעיט סענאטאר מארטין גאלדען פון ברוקלין, וועלכער האט פארגעשלאגן דאס געזעץ, האט געזאגט, אז אין דער צייט וואס פּריוואטע דרייווער און אלע פאדערשטע זיץ פּאסאזשירן האבן זיך געדארפט איינבינדן זינט די מיטעלע 80'ער יאר, זענען טעקסי און באס דרייווער געווען אן אויסנאם, טראצדעם וואס זיי זענען אויסגעשטעלט צום זעלבן געפאר. די דרייווער פון ליווערי טעקסיס האבן זיך שוין געדארפט איינבינדן זינט 11'. פארלעצער וועלן זיין אויסגעשטעלט צו א שטראף פון 100 דאלאר.

בילד: נייע סיט-בעלט געזעץ פאר קאמערציאלע דרייווער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל