לאס אנדזשעלעס – מיליאנען קאליפארניער איינוואוינער האבן נעכטן אנטיילגענומען אין א ספעציעלער ציווילער מושטירונג, צו זיין גרייט פאר אן ערדציטערניש, דורכדעם וואס די מיליאנען האבן אינאיינעם, אום 10:19 אינדערפרי, זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד, אונטערגעקראכן אונטער טישן און באדעקט זייערע קעפ מיט די הענט, פאר א מינוט אדער צוויי מינוט. די מושטירונג קומט אין א צייט וואס סייענטיסטן און סייסמאלאגן ווארענען אז קאליפארניע וועט אין די קומענדיגע געציילטע יאר, מעגליך אין די קומענדיגע מאנאטן, באטראפן ווערן פון אזא מאסיווע טויטליכע ערדציטערניש, וואס וועט איבערלאזן טויזנטער פאטאליטעטן און וועט פארניכטן טיילן פון דער סטעיט פאר לאנגע יארן. די מושטירונג ווערט ארגאניזירט דורך א גרופע סייענטיסטן און קאליפארניע סטעיט עמורדזשענסי באאמטע, ס'איז דאס ערשטע מאל אפגעהאלטן געווארן מיט 9 יאר צוריק, און זינט דאן ווערט עס אפגעהאלטן יעדעס יאר.

בילד: קאליפארניע מושטירט פאר ערדציטערנישן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל