א גרופע כינעזער וויסנשאפטלער ווארענען אז די נוקלעארע פראבעס וואס נארט קארעא פירט אדורך ביי די דעזיגנירטע פראבע פלאץ סטאנצינאנירט טיף אונטער א בארג איז אין געפאר, און נאך 6 נוקלעארע פראבעס איז די בארג שוואך און אויב וועט דארט פארקומען נאך א פראבע קען די גאנצע בארג איינפאלן און ארויסלאזן שעדליכע ראדיאציע. די בארג מאנטאפ איז ארום 7,500 פוס הויעך און די וויסנשאפטלער האבן זיך באנוצט מיט סאטעליט בילדער צו אנאליזירן דעם בארג און ווי עס שיינט האט זיך דאס גאנצע בארג עטוואס געריקט דורכאויס די לעצטע נוקלעארע פראבע וואס איז דורכגעפירט געווארן מיט אן הידראלישע באמבע, זינט דאן האט שוין דאס בארג געהאט 3 ערד ציטערנישן, וואס קומט ווארשיינליך אלס רעזולטאט פון די מאכטפולע אויפרייס וואס האט אפגעשוואכט די פונדאמענטן פונעם בארג און פאראורזאכט טאקטאנישע באוועגונגען. די וויסנשאפטלער זאגן אז נאך א פראבע קען פארשפרייטן ראדיאציע אין נארט קארעא און אויך אין די ארומיגע לענדער.

בילד: כינעזער וויסנשאפטלער ווארענען איבער געפאר פון נוקלעארע פראבעס אין קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל