לאנדאן – א פראמינענטער פיגור אינערהאלב דער אייראפעאישער נעא-נאצי באוועגונג, האט שאקירט די וועלט, ווען ער איז ארויסגעקומען און דערציילט אז ער שטאמט אפ פון אידן, און אצינד, אז זיין אפשטאם און עכטע אידענטיטעט איז אנטפלעקט פאר די וועלט, וויל ער מער נישט האבן קיין שום ראלע אין דער עקסטרעמער, ראסיסטישער און אנטיסעמיטישער באוועגונג, נאר אנשטאט וויל ער זיך אנשליסן אין די פארשידענע גרופעס וועלכע קעמפן קעגן די נעא-נאציס.

די רעדע איז - ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך - פון קעווין ווילשאו (Kevin Wilshaw), אן 58 יעריגער בריטישער בירגער, וועלכער האט לאנגע יארן באלאנגט צו די נעא-נאצי גרופעס און איז געווען א באקאנטער פיגור, אבער דאס האט זיך אלעס געטוישט עטליכע חדשים צוריק, ווען ווילשאו האט אויסגעדרוקט א מער-מעסיגע מיינונג איבער ספעציפישע סאציאלע אישוס, און זיינע קאלעגע נעא-נאציס האבן אנגעהויבן שטארק ברויזן אויף אים, און אים טשעפען פאר זיינע "לינקע" אנשויאונגען. ווילשאו זאגט מיט חרטה אז ביז יעצט איז ער בלינד געווען צו דער שלעכטיגקייט פון די נעא-נאציס, אבער יעצט שפירט ער עס אויף די אייגענע הויט.

בילד: קעווין ווילשאו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל