א הויכראנגיקער נארט קארעאר דיפלאמאט האט נעכטן געהאט אן אינטערוויו אויף די סי-ען-ען אין וועלכער ער האט באשטעטיגט אז נארט קארעא איז ערנסט מיט איר סטראשע צו דורכפירן נאך א טעסט מיט א נוקלעארע היידראדשין באמבע, און דאסמאל נישט אונטער דער ערד נאר אין די דרויסנדיגע אטמאספער, א זאך וואס וועט זיין פרעצעדענטלאז און געפארפול. דער דיפלאמאט רי יאנג פיל האט באשטעטיגט אז ווען דער אויסערן מיניסטער האט גערעדט איבער אזא פראבע מיט א חודש צוריק האט ער דאס געמיינט מיט׳ן פולסטן ערנסקייט און דאס קומט דירעקט פונעם פירער קים יאנג אָן. אזא פראבע וועט לויט׳ן פלאן זיין העכערן פאסיפישן אשען און וועט געזען ווערן אין די עפנטליכקייט, א זאך וואס ווערט ברענגען א אינטערנאציאנאלע שרעק. עס הערשט א שטיקל זארג אז זיי וועלן פרובירן צו דורכפירן דעם פראבע אין די צייט ווען פרעזידענט טראמפ געפונט זיך אויף א דיפלאמאטישע מיסיע אין אזיע.

בילד: נארט קארעא האלט ערנסט ביים דורכפירן א היידראדשין באמבע פראבע אין די אטמאספערע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל