קאמפיוטער-באנוצער וועלכע האבן אינסטאלירט ווינדאויס 10, אדער פארמאגן נאך ווינדאויס 8, בענקען זיך אפטמאל צוריק צו די פראקטישע ווינדאויס סטארט\מעניו קנעפל פון ווינדאויס 7, וואס פלעגט ערשיינען אויפ'ן סקרין ביי די לינקע זייט אונטען.

ביי ווינדאויס 8 האט עס מייקראסאפט גענצליך אוועקגענומען, און שפעטער ביי 8.1 האט מען עס טיילווייז צוריקגעברענגט, אבער עס איז נאך אלץ געווען צעמישט. נישט קיין וואונדער אז רוב מענטשן האבן עס נישט געגליכן, און דאס איז געווען איינס פון די סיבות פארוואס ווינדאויס 8 איז געווען א דורכפאל.

אין ווינדאויס 10, האט מען עס שוין גענצליך צוריקגעברענגט, אבער פאר די וועלכע זענען געווען צוגעוואוינט צו ווינדאויס 7, זענען נאך אלץ צעמישט און דארפן צוריק דעם אלטן אויסשטעל. פאר אט די באנוצער איז פאראן א פראגראם וואס רופט זיך Classic shell, וואס מען קען דאונלאודן און עס אינסטאלירן אויפ'ן קאמפיוטער, און דער פראגראם טוט ברענגט צוריק די מעניו-קנעפל פונקט ווי ביי ווינדאויס 7 מיט נאך אסאך אינטערעסאנטע פיטשערס\סעטינגס.

מען קען עס דאונלאודן דא, און נאכדעם וואס מען 'ראנט' דעם פראגראם אויפ'ן קאמפיוטער, קען מען רייט-קליקן די סטאַרט קנעפל און עס קומט ארויף עטליכע אפציעס, ווען מען דרוקט 'סעטינגס' קומט ארויף א באקסל וואס האט 4 טעבס. אונזער רעקאמענדאציע וויאזוי אויסצושטעלן די סעטינגס איז ווי פאלגענד: אין די ערשטע טעב זאל מען אויסוועלן Windows 7 style, וואס איז די מערסטע ענליך צו די ווינדאויס 7 מעניו און איז גאר פראקטיש. די צווייטע טעב איז 'בעיסיק סעטינגס' וואס מען קען לאזן וויאזוי עס איז און מ'דארף גארנישט טוישן. די דריטע טעב איז Skin, וואו ס'איז פארהאן א דראפ-דאון מעניו, מען זאל סעלעקטן "ווינדאויס 8", און מ'טשעקט אויפ'ן באקסל וואו עס שטייט Reduce glass color. די פערטע טעב איז Customize tab Manu, וואו מ'קען קאסטומייזן אלע לינקס וואס קומען ארויף ביי די סטארט\מעניו קנעפל. מען זאל אויסוועהלן "קאנטראל פענעל" און אויף די רעכטע זייט איז דא א דראפ-דאון באקס, וואו מען זאל אנשטעלן "דיספלעי עז עי לינק" אנשטאט "דיספלעי עז עי מעניו".

נאכן אויסשטעלן די סעטינגס דרוקט מען אונטען OK, און עס מאכט זיך צו די פענסטערל. איידער מען דרוקט OK איז פאראן אויף די לינקע זייט אן אפציע 'בעקאפ'. ווען מען קליקט דערויף קומט ארויף עטליכע אפציעס, וואס איינס דערפון איז Save to xml files. מען קען דארט עקספארטן די יעצטיגע סעטינגס וואס מ'האט אנגעשטעלט, כדי מען זאל עס קענען שפעטער צוריקברענגען ווען מען וויל עס אינסטאלירן אויף אן אנדערן קאמפיוטער, אז מען זאל זיך נישט דארפן נאכאמאל שפילן אנצושטעלן די סעטינגס. אויף די נייע קאמפיוטער דרוקט מען נאכאמאל 'בעקאפ' און מען מאכט Load from xml files און מען זוכט אויף די פייל וואו מ'האט עס עקספארטירט און מען ברענגט עס צוריק.

בילד: די סטארט מעניו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל