אין די לעצטע טעג האבן די טאליבאנער שטארק פארמערט די צאל טעראר אטאקעס אין אפגאניסטאן, און היינט אינדערפרי האבן זיי באוויזן צו אריינדרינגען אין א מיליטערישע באזע און לויט ווי זיי זאגן האבן ביי באוויזן צו אומברענגען איבער 60 טרופן.

זיי האבן באוויזן צו אריינדרינגען אינעם באזע דורכדעם וואס איינער פון די קעמפער האט גענוצט אן אמעריקאנער מיליטערישער טרעקל און זיך אריינגעריסן אינעם באזע און אויפגעריסן דעם צוים. נאך אים זענען געקומען צענדליגע באוואפנטע קעמפער וועלכע האבן געעפנט פייער אויף די זעלנער פון וועלכע צענדליגע זענען אומגעקומען, לויט די אפגאנער אויטאריטעטן זענען בלויז 34 סאלדאטן אומגעקומען, אבער אנדערע באריכטן לייגן עס ביי איבער 60 אזוי ווי די טאליבאנער זאגן.

די אטאקע שטרייכט אונטער די אומבאהלפנקייט פון די אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן און מיליטער צו שטעלן א עפעקטיווע ווידערשטאנד צו די טאליבאנער טעראר גרופעס, ספעציעל זינט אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט. בלויז די וואך אליין זענען שוין אומגעקומען איבער 120 פון די טאליבאנער אטאקעס אריינגערעכנט ארום 90 פון די זיכערהייטס קרעפטן.

בילד:  טאליבאנער טעראר אטאקע ברענגט אום איבער 60 אפגאנער טרופן 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל