מעיאר דעבלאזיא האט נעכטן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אויף די גאס אין מאנהעטן פארנט פון די שווערע טראפיק צו אונטערשטרייכן דעם ערנסטן פראבלעם פון טרעפיק מיט וועלכע ניו יארקער ספראווען זיך יעדן טאג, און אנאנסירט א א פלאן וועלכע וועט לויט אים רעדוצירן טרעפיק שטילשטאנד און אנגעלייגטקייט מיט ארום 23 פערצענט.

די פלאן נעמט אריין א פארבאט צו דורכפירן דעליוועריס וואס בלאקירן טרעפיק אין געוויסע שעות אין טאג ווען עס איז ראש-האוער און עס איז דא א מער געפאקטע פארקער, און האט געשטעלט 150 פאליציי אפיצירן צו אינפארסירן די נייע רעגולאציעס וועלכע גייען אריין אין עפעקט דעם יאנואר אין די פארנומענע געגענטער אין מאנהעטן. צווישן די אנדערע זאכן וואס דער מעיאר האט פארגעשלאגן איז א בעסערע און שנעלערע וועג פון באהאנדלן קאר צוזאמענשטויסן אויף די הייוועיס, טראפיק ליכט ביי די עקזיטס פון די הייוועיס.

בילד: מעיאר דעבלאזיא אנאסירט 5 פונקטן פלאן צו רעדוצירן טראפיק אין ניו יארק סיטי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל