וואשינגטאן – נעכטן איז געקומען צו אן ענדע דער 4 מאנאטיגער אפשטעל אויף ארייננעמען פליטים אין אמעריקע, און די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט אריינצושטעלן אין קראפט ערנסטע צוימונגען אויף די פליטים פראגראמען פון דער פעדעראלער רעגירונג. טראמפ האט מיט אפאר חדשים צוריק אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, וועלכע האט אריינגעשטעלט אין קראפט א טראוועל פארבאט פון פארשידענע לענדער (וואס האט אנגעהאלטן 90 טעג און האט שוין עקספייערט) און א פולקאמער אפשטעל פון ארייננעמען סיי וועלכע פליטים פאר 4 מאנאטן. אצינד אז די 4 מאנאטן זענען פאראיבער, וועט טראמפ ערלויבן אריינצונעמען פרישע פליטים, אבער ער וויל פארשידענע צוימונגען. לויט די יעצטיגע רעגולאציעס, ארבעט עס אז אויב איינער איז אריינגעקומען אלס א פּליט, קענען זיינע נאענטע פאמיליע מיטגלידער שפעטער אויך אריינגעלאזט ווערן אין לאנד, און טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע זאגן אז מ'וועט מעגליך איינצוימען דעם פראגראם, אז דערווייל וועלן פאמיליע מיטגלידער פון פליטים נישט קענען נאכקומען, נאר אויב זיי גייען אריבער א סעריע אונטערזוכונגען אויף זייערע רעקארדס.

בילד: פליטים פארבאט קומט צו ענדע נאך 4 מאנאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל