מאנטרעאל – זייט געהיטן: אויב געפינט איר זיך אין מאנטרעאל און איר נעמט זיך הויך זינגען אין אייער קאר, קענט איר אויסשטיין א טראפיק טיקעט... דאס איז ווייט פון א וויץ, ווייל עס האט ווירקליך פאסירט מיט איין מאנטרעאלער איינוואוינער.

טאפיק מואלא דערציילט אז ער האט אהיימגעדרייווט פון ארבעט, ווען ער האט זיך הויך צעזינגען אינעם קאר. פלוצלינג האבן זיך לעמפלעך גענומען בליצן אונטער אים און א פאליציי אפיציר האט אים אפגעשטעלט. דער אפיציר האט אפירגענומען מואלא און אים געפרעגט וואס ער האט געטאן. ווען מואלא האט געזאגט אז ער האט גארנישט געטאן, האט אים דער אפיציר צוריקגעפרעגט "צי האסטו געשריגן הויך?" האט מואלא געענטפערט, אז ניין, ער האט נישט געשריגן, נאר מיטגעזונגען מיט אן אלבום וואס ער האט אויסגעהערט. האט דער פאליציי אפיציר אים געלאזט ווארטן אפאר מינוט און דערנאך צוריקגעקומען מיט א טראפיק טיקעט פון 117 דאלאר! מואלא זאגט אז ער פרובירט צו באקעמפן דעם טיקעט, אבער אויף דערווייל איז ראטזאם מ'זאל אכט געבן נישט צו זינגען אינעם קאר ביים באזוכן אין מאנטרעאל...

בילד: 117 דאלער טיקעט צוליב... זינגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל