מייקעל כהן, אן אדוואקאט וועלכער האט געארבעט פאר דאנעלד טראמפ, איז איינע פון די וועלכע דער סענאט קאמיטע זוכט צו אויספרעגן איבער א מעגליכע פארבינדונג צווישן רוסלאנד און פרעזידענט טראמפ. דאס קומט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז כהן האט געזוכט הילף אין מאסקווע פאר א ריעל עסטיעט פראיעקט דורך די טראמפ ארגאניזאציע, טראץ וואס טראמפ האט געלייקנט סיי וועלכע ביזנעס מיט רוסלאנד, און אזוי אויך ווילן זיי אים אויספרעגן וועגן א אפמאך וואס ער האט פרובירט צו שליסן צווישן רוסלאנד און אוקראינע.

נאכ׳ן ערשיינען נעכטן פארנט פון די קאמיטע פאר איבער 90 מינוט האט אים די קאמיטע געזאגט אז זיין פארהער איז אפגעשטופט און זיי וועלן מעגליך פארלאנגען א עפנטליכע פארהער, דאס איז געקומען צוליב דעם וואס ער האט פאר׳ן ערשיינען פארעפנטליכע זיין סטעיטמענט וואס ער האט זיך געגרייט צו מאכן פארנט פון די פארמאכטע קאמיטע, די סטעיטמענט האט אנטהאלטן א לאנגע ערקלערונג וועלכע לייקנט אז די רוסן האבן פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן.

בילד: סענאט קאמיטע אנולירט טראמפ׳ס אדוואקאט פריוואטע פארהער, וועט פארלאנגן עפנטליכע פארהער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל