מיזורי – אין סענט לואיס גייען ווייטער אן די פראטעסטן איבער דעם וואס א ווייסער געוועזענער פאליציי אפיציר איז ריינגעוואשן געווארן פאר'ן דערמארדן א שווארצן מאן, אבער ביזנעס עקזעקוטיוון און עקספערטן זאגן אז די פראטעסטן קענען ערנסט שעדיגן די לאקאלע עקאנאמיע און די אויסזיכטן אז די שטאט זאל אויסגעוועלט ווערן פאר צוקונפטיגע גרויסע פראיעקטן. די אויטאריטעטן אין סענט לואיס האבן מיט עטליכע וואכן צוריק קלארגעשטעלט, אז זיי ווילן קאנקורירן צו דינען אלס גאסטגעבער פאר די צווייטע הויפטקווארטיר וואס "עמעזאן" וויל אוועקשטעלן אין אן אמעריקאנער סיטי, וואס עמעזאן איז גרייט צו אינוועסטירן פינף ביליאן דאלער אין דער סיטי וואס זי וועט אויסוועלן פאר'ן פראיעקט, און עס איז דערווארט צו ברענגען ארום פופציג טויזנט נייע דזשאבס אין דער סיטי וועלכע וועט געווינען דעם פארמעסט. סענט לואיס האט געהאט א גוטן שאנס אויסגעוועלט צו ווערן דורך עמעזאן, אבער יעצט, מיט די פראטעסטן, וועט זיך אויפוועקן די אלטע נעגאטיווע איינדרוק וואס די שטאט האט לאנגע יארן געהאט אלס א שטאט פון ראיאטן און אומקאנטראל, און זי וועט מעגליך צוליב דעם פארלירן די גרויסע געלעגנהייט.

בילד: סענט לואיס ליידט עקאנאמיש פון פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל