ניו יארק – די ניו יארק טראנספארטאציע דעפארטמענט האט געמאלדן דעטאלן פון אן אינטערעסאנטן און מערקווירדיגן פראיעקט וואס זי האט אונטערגענומען, מיט'ן ציל ארויסצוהעלפן קריכעדיגע און קליינע באשעפענישן אריבערצוגיין פארנומענע שאסייען, אן דעם וואס זיי זאלן ווערן איבערגעטרעטן דורך פארבייפארנדיגע קארס. די באאמטע פון "דער נעיטשור קאנסערווענסי" גרופע, וועלכע האבן געארבעט אינאיינעם מיט די סטעיט טראנספארטאציע אויטאריטעטן אויפ'ן פראיעקט, זאגן אז דער פראבלעם פון פארנומענע שאסייען, קען צומאל זיין אן ערנסטע זאך פאר באשעפענישן, וועלכע קענען האבן זייער נעסט אדער נאטורליכע היים אויף איין זייט שאסיי, און זיי דערזעען זיך פלוצלינג פארבלאנדזשעט אויף דער אנדערער זייט, וואס אויב זיי האבן נישט זייער נאטורליכע היים, קענען זיי שטארבן דערפון, און אריבערשפרייזן די שאסיי איז אויך נישט אן אפציע, ווייל זיי וועלן ווארשיינליך ווערן איבערגעטרעטן דורך א קאר און אזוי שטארבן. דער פראיעקט, וואס די סטעיט האט שוין אויספרובירט פארלאפענעם זומער אין בונוויל, ניו יארק, נעמט אריין דאס אינסטאלירן א קליינע פארענטשע אונטער בריקלעך וואס קארס פארן דערויף, ווי מ'קען זען אויפ'ן בייגעלייגטן בילד, און דאס ערלויבט די באשעפענישן אנצוקומען אויף דער אנדערער זייט שאסיי, דורכ'ן קריכן אויף די פארענטשע, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן גיין אויפ'ן שאסיי, און ספעציעל העלפט עס פאר באשעפענישן וועלכע קענען נישט שווימען אין די טייכלעך וועלכע לויפן דורך אונטער פילע פון די בריקן. ווען וועט מען זיך אזוי זארגן פאר אונז מענטשן?...

בילד: מ'העלפט באשעפענישן "קראסן" די שאסייען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל