ברוקלין, ניו יארק – "ען. וויי. יו. לאנגאון" שפיטאל פלאנט צו אינוועסטירן $5.8 מיליאן אויפצושטעלן א פיר-בעטן ניוראלאדזשיקל "אינטענסיוו קעיר יוניט" (ICU) צו באהאנדלען א שטייגנדע צאל סטראוק פאציענטן. די שפיטאל פלאנט צוצובויען דעם נייעם יוניט צו איר עקזיסטירנדע 10-בעטן "איי. סי. יו." אפעראציע אפטיילונג. די שפיטאל'ס בארימטע סטראוק צענטער, די איינציגסטע אין גאנץ ברוקלין וואס איז 'סערטיפייד' דורך די "דזשוינט קאמישן", באקומט אין דורכשניט ארום 14 פאציענטן געטראנספערט יעדן חודש פון אנדערע שפיטעלער. ווי די שפיטאל שרייבט, איז די צאל סטראוק פאציענטן באהאנדלט דורך זיי במשך די לעצטע פיר יאר, געשטיגן מיט 42% , און די צאל מח-אפעראציעס, מיט 34% אינעם יעצטיגן קאלענדאר יאר האבן זיי שוין באהאנדלט 250 אזעלכע פעלער.

בילד: ען-וויי-יו וועט אויפשטעלן א ניוראלאדזשיקל איי-סי-יו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל