איראק – היינט מאנטאג ווערט אפגעהאלטן דער היסטארישער רעפערענדום אין איראק, וואו קורדן אין די קורדישע שטעט אין איראק וועלן שטימען צי זיי זאלן זיך אפרייסן און זיך דערקלערן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד "קורדיסטאן". נאר קורדישע איראקער זענען פעליג אנטיילצונעמען אינעם רעפערענדום, וואס די איראקער רעגירונג האט שארף ארויסגעטרעטן דערקעגן און עס פרובירט צו בלאקירן. איראק'ס מאכטפולע שכנים, איראן און טערקיי, האבן זיך אויך ארויסגעשטעלט קעגן דעם געפלאנטן רעפערענדום און האבן שוין קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט אנערקענען די רעזולטאטן דערפון. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז איראן האט אוועקגעשטעלט א "לופט עמבארגא" אז קיין שום איראנער קאמערציאלער פליגער וועט נישט פליען צו קורדישע שטעט אין איראק, אלס פראטעסט קעגן דעם רעפערענדום.

בילד: קורדיסטאן רעפערענדום וואלן היינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל