די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע איז געקומען היי יאר צו איר ערשטע גלאבאלע מיסיע ביים גענעראל פארזאמלונג פון די פעלקער פאראיין און קלאר געמאכט איר אגענדע, זי זוכט צו פאראייניגן א קאאליציע פון וועלט לענדער וועלכע זאלן פארעמען נייע פאליסיס איבער די פרייהייט פון די אינטערנעט, און שאפן געזעצן וועלכע זאלן איינצוימען די פרייע האנט וואס טעראר גרופעס האבן אנליין, און זיי קענען דארט רעקרוטרין יוגנטליכע אומגעשטערט דורך סאציאלע מידיע.

זי זוכט צו לייגן מער פאראנטווארטליכקייט אויף אזעלכע פירמעס ווי טוויטער, פעיסבוק א.ד.ג אז זיי זאלן טון מער צו אידענטיפיצירן פארדעכטיגטע אין טעראר און מיטטיילן מער אינפארמאציע מיט אנטי-טעראר אגענטורן אינערהאלב די רעגירונגען. זי האט ווידערהאלט ביי אלע אירע זיצונגען אז דאס איז א גאר קריטישע גלאבאלע פראבלעם און אן דעם קען מען נישט באקעמפן טעראר.

בילד: בריטישע פירערין זוכט צו שטעלן שטרענגערע באגרעניצונגען אויף די אינטערנעט קעגן טעראר



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל