איראק – דאס אמעריקאנער מיליטער האט זיך אין די לעצטע מאנאטן דערזען מיט אן ערנסטן געפאר: די קליינע דראונס, וואס אייסיס טעראריסטן נוצן דורכצופירן אטאקעס אויף אמעריקאנער אינטערעסן סיי אין סיריע און סיי אין איראק. דורכ'ן נוצן די דראונס, וועלכע קענען ווערן געקויפט אין סיי וועלכן עלעקטראניקס געשעפט, אויף צו ליפערן באמבעס, אדער אז די דראונס אליינס זאלן דינען ווי די באמבעס, זענען שוין עטליכע איראקער זעלנער פארוואונדעט געווארן. דער פענטאגאן נעמט אזוי ערנסט דעם געפאר, אז זי האט געלאזט אין גאנג א פראגראם אין ווערד פון 700 מיליאן דאלאר, אויפצוקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם פון אייסיס דראונס. צווישן די פארשלאגן וועלכע ווערן באטראכט, איז צו אנטוויקלען פארגעשריטענע לעיזער-שטראלן רעוואלווערס, וועלכע וועלן פארברענען די פיינטליכע דראונס אין דער לופטן, און נאך א פארשלאג נעמט אריין דער באנוץ פון פארגעשריטענע סארט נעצן, אריינצוכאפן די דראונס בשעת זיי פליען נאך אין דער לופטן, און זיי מאכן אומשעדליך.

בילד: אייסיס דראונס, אן ערנסטער געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל