ניו יאָרק. — "באַלטיע עירליינס" וועלכע טוט ביזנעס אונטער'ן נייעם נאָמען "יו–עס גלאָבעל עירוועיס", איז אַריין אין אַן אָפּמאַך מיט "עירליין האָלדינגס", אָפּצוקויפן די שעירס פון "סאָנגביירד עירוועיס" פאַר 6.5 מיליאָן דאָלער.

"סאָנגביירד עירוועיס" האט אַן "פעדעראַלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע" (עף–עי–עי) "פּאַרט 121 סערטיפיקעישאָן" וואס ערלויבט איר צו פונקציאָנירן אַלס אַ קאָמוירשל לופט–ליניע. די סטאַק אָפּקויף דורך "יו–עס גלאָבעל" וועט ברענגען די עירליין מיט אַ ריזיגן טריט נענטער צו אָנהויבן רעגולערע סקעדזשולד סערוויס פון סטואַרט–עירפּאָרט עירפּאָרט. די אָפּקויף ווערט ערוואַרטעט געלשאָסן צו ווערן אינמיטן אָקטאָבער.

אַלס אַ דזשעסט פון גוטע ווילן, האָט "באַלטיע עירליינס" אַראָפּגעשטעלט אַן 1 מיליאָן דאָלער דעפּאָזיט און דאָס איינגעלייגט אין אַ דריטע–פּאַרטיי עסקראָו, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן צו "עירליין האָלדינגס" דעם פאַ ר גאַנגענעם סעפּטעמבער– 1. לויט די טערמינען פונעם אָפּמאַך, וועט "יו–עס גלאָבעל" אַריינגיין אין אַ ליעס פאַר איין בי– 737 – 400 עראָפּלאַן, נאָך איידער מען שליסונג דאַטום.

"יו–עס גלאָבעל" האָט געמאָלדן דעם פאַרגאַנגענעם מאַי אַז זי האָפט אָנצוהייבן טראַנס–אַטלאַנטיק סערוויס פון סטואַרט–עירפּאָרט, און כדי צו פאַרשנעלערן אירע פּלענער וועט זי אָפּקויפן "סאָנגביירד עירוועיס" פון פלאָרידע, וועלכע האָט שוין אַזאַ 'עף–עי–עי' סערטיפיקעישאָן.

די נייע עירליין האט שוין געדינגען אָפיס פּלאַץ פון אַטלאַנטיק אַוויעישאָן אין סטואַרט–עירפּאָרט, און פּלאַנט צו פּלאַצירן אירע עראָפּלאַנען אין די געוועזענע "דזשענעראַל עלעקטריק" הענגער, וואָס אַטלאַנטיק האָט אָפּגעקויפט מיט עטליכע חדשים צוריק. זי זוכט צו דינגען נייע באָאינג– 767 עראָפּלאַנען פון "קאַליטאַ עיר", אַ קאַרגאָ לופט –ליניע וועלכע איז הויפּטקוואַרטירט אין ווילאָו–ראָן עיר פּאָרט אין איפּסילענטי, מישיגען. די פירמע פּלאַנט אָנצוהייבן מיט איין באָאינג– 767 און צולייגן מער ביז זי וועט זיין אין אַ פינאַנציעלע פּאָזיציע צו באַנוצן די גרויסע באָאינג– 777.

די עירליין איז אַ איבערגעמאַכטע ווערסיע פון "באַלטיע עירליינס", אַ "פּאַפּירֿענע" לופט–ליניע אָן קיין עראָפּלאַנען אין קענעדי עירפּאָרט וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן אין 89 ', אָבער איז קיינמאָל נישט געפלויגן, נאָכן פּרובירן במשך די פאַרגאַנגענע 27 יאָר איינצושטעלן פלי–רייזעס פון אַמעריקאַנער עירפּאָרטס קיין אייראָפּע און רוסלאַנד.

די פירמע פּלאַנט צו דינגען אַ פלאָטע פון B–767-300 עראָפּלאַנען וואָס וועלן פירן פּאַסאַזשירן, קאַרגאָ און פּאָסט צווישן סטואַרט און מעגליכע ערטער וואָס וועלן אַרייננעמען לאָנדאָן (ענגלאַנד), פּאַריז (פראַנקרייך), ניס (פראַנקרייך), באַרצעלאָנע (שפּאַניע), נאַפּאָלי (איטאַליע), אַטענס (גריכענלאַנד), וואַרשע (פּוילן), בודאַפּעסט (אונגאַרן), פּראַג (טשעכיי), סט–פּעטערבורג (רוסלאַנד) און תל–אביב.

בילד: באַלטיע עירליינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל