אין די לעצטע טעג האבן די רעפובליקאנער געלייגט פרישע האפענונג אויף די גרעהעם-קאסידי ביל, און געהאפט אז די ביל וועט צופרידנשטעלן אלע פראקציעס אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי און ערזעצן אבאמא-קעיר, אבער דער אריזאנע סענאטאר דשאן מ׳קעין האט דעם שבת קלאר געמאכט אז טראץ וואס זיין גאווערנער שטיצט דעם ביל וועט ער נישט שטימען דערויף, ער האט ערקלערט זיין אפאזיציע זאגנדיג אז די הויפט פראבלעם פון אבאמא קעיר איז די פאקט אז עס איז א ביל וואס בלויז איין פארטיי האט דורכגעפירט און עס איז אוממעגליך צו האבן א גוטע העלט קעיר ביל אן דעם וואס די צוויי פארטייען טוען זיך נישט צונויפרעדן. און דאן האט מען געהערט אויך פון סענאטאר סוזען קאלינס, ראנד פאול און ליסע מורקאווסקי פון אלאסקע. און דערנאך פון טעד קרוז און מייק לי, אלע האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט שטיצן דעם ביל אין איר ערשטן פארעם, דאס האט געברענגט דערצו אז די צוויי סענאטארן טוען איבערמאכן דעם ביל צו נאכקומען פארלאנגען פון פארשידענע סענאטארן.

די פונדאמענט פון די גרעהעם-קאסידי ביל איז צו געבן פאר די סטעיטס די אויסשליסליכע מאכט צו רעגולירן העלט קעיר, און ארפאנעמען אלע רעגולאציעס וועלכע זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך אבאמא-קעיר אריינגערעכנט די פארבאט צו אפזאגן מענטשן וועלכע פארמאגן שוין א עקזיסטירנדע געזונט פראבלעם, און אזוי אויך נעמט עס אוועק פילע רעגולאציעס אויף די אינשורענס פירמעס וועלכע זענען געווען געצילט צו באשיצן שוואכע פארדינער, אנשטאט דעם וועט די פעדעראלע רעגירונג געבן ״בלאק גרענטס״ פאר די סטעיטס און זיי וועלן אליין באשליסן וויאזוי צו רעגולירן זייערע מארקעטס. אין די יעצטיגע פארעם טוט די ביל צושניידן גרעסערע ״מוציא׳ס״ פאר די סטעיטס וואס זייערע סענאטארן וואקלען זיך אין א פרואוו צו באקומען זייער שטיצע, דערווייל איז די מיינונג פון אנאליסטן אין וואשינגטאן אז דער ביל האט שוואכע שאנסן צו אריבערגיין.

בילד: גרעהעם-קאסידי וועלן פארשטעלן נייע ווערסיע פון זייער ביל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל