טראץ וואס האריקעין מאריא האט זיך שוין דערווייטערט פון די ברעגעס פון פארטא ריקא האט זי איבערגעלאזט אונטער זיך שרעקליכע כאאס און קאטעסטראפע, און פילע געגענטער זענען נאך פארפלייצט און גענצליך אומבאוואוינבאר, אבער די גרעסטע זארג איז ארום א דאמבע וועלכע שטייט אין געפאר פון זיך אומברעכן צוליב די שווערע פארפלייצונגען, אויב דאס פאסירט וועט דאס אריינלייגן פילע צענדליגע טויזנטער לעבנס אין געפאר, און וועט גענצליך אפווישן עטליכע שטעט. די ״גואכאטאקע״ דאמבע טוט אפהאלן דעם טייך פון פארלייצן די ארומיגע געגנטער אבער די דאמבע האט געליטן שווערע שאדנס ביי די האריקעין און עקספערטן זענען באזארגט אז עס קען זיך אומברעכן און פארשוועמען צענדליגע טויזנטער מענטשן. די צאל אומגעקומען פון האריקעין מאריא שטייט ביי ארום 10 אבער מען שאצט אז די ריכטיגע צאל איז פילפאכיג מער, און מען האט נאכנישט קיין געהעריגע פארבינדונג צו אפשאצן די גרויסקייט פון די טראגעדיע, ספעציעל נעמנדיגע אין באטראכט אז צענדליגע שפיטעלער, ניורסינג היימען און שולעס געפונען זיך אן קיין עלעקטעריק.

בילד: גרויסע דאמבע אין פארטא ריקא געפונט זיך אין געפאר פון צוזאמענבראך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל