קאליפארניע – אויטאריטעטן אין סאן דיעגא קאונטי האבן דערקלערט א "פובליק געזונטהייט עמורדזשענסי" סטאטוס איבער א גאר ערנסטע פארשפרייטונג פון די "העפיטייטיס עי" קרענק וועלכע אפעקטירט די לעבער און קען זיין פאטאל. די פארשפרייטונג אין סאן דיעגא, האט זיך שוין אנגעהויבן אין נאוועמבער, און 15 זענען שוין דערווייל אומגעקומען און מער ווי 400 האבן שוין געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג – א מערהייט פון זיי די היימלאזע באפעלקערונג אינעם ראיאן. די עמורדזשענסי סטאטוס דעקלעראציע, וועט העלפן סאן דיעגא צו באקומען שנעלע סטעיט הילפס געלטער צו פינאנצירן נייע סאניטאציע און היגיענישע מאסנאמען, וואס וועט ארייננעמען דאס אוועקשטעלן ארום פערציג פּארטעבל האנט-וואשונג סטאנציעס אין געגנטער וואו עס דרייען זיך א סאך היימלאזע. די אויטאריטעטן פלאנירן אויך צו נוצן א טייערע סארט וואסער מיט דעם "בליטש" כעמיקאל, אפצואוואשן שמוציגע גאסן וועלכע זענען אנגעלייגט מיט אפפאל און שמוץ, וואס דורכדעם ווערט די קרענק פארשפרייט נאך מער.

בילד: העפיטייטיס עי אויסברוך אין סאן דיעגא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל