מאנהעטן – ניקאול מאליאטאקיס, די רעפובליקאנער קאנדידאטקע וועלכע לויפט קעגן מעיאר דעבלאזיא אין די נאוועמבער וואלן, האט געמאלדן אז איר קאמפיין האט אפגעהאלטן אן אומדערווארטעטן געווינס אין פאנדרעיזינג. מאליאטאקיס, וועלכע דינט יעצט אלס מיטגליד אין דער ניו יארק סטעיט אסעמבלי, זאגט אז איר קאמפיין האט שוין אויפגעטריבן 748 טויזנט דאלאר, וואס איז מער ווי עס פעלט זיך אויס אז איר קאמפיין קאסע זאל קענען באקומען "מעטשינג פאנדס" געלטער פונעם ניו יארק קאמפיין פינאנץ באורד. לויט די רעגולאציעס פונעם באורד, קען יעדער קאנדידאט וואס האט אויפגעטריבן אמווייניגסטנס 250 טויזנט דאלאר באקומען "מעטשינג פאנדס", וואס באדייט אז פאר יעדן דאלאר וואס דער קאנדידאט האט אליינס אויפגעטריבן, באקומט דער קאנדידאט זעקס דאלאר, וואס קוקנדיג אויף דער סומע וואס מאליאטאקיס האט ביז יעצט אויפגעטריבן פאר איר קאמפיין קאסע, באדייט דאס אז זי וועט באקומען ארום 1.6 מיליאן דאלאר. די געלטער וועלן איר טאקע שטארק ארויסהעלפן מיט'ן לופטערן פרישע רעקלאמעס לענגאויס ניו יארק סיטי, און אנדערע וויכטיגע קאמפיין פונקציעס, אבער פארט דערווארט מען אז זי וועט גאר שטארק פארלירן צו מעיאר דעבלאזיא, וועלכער ווערט פאראויסגעזאגט צו געווינען ווידערוויילונג מיט א לענדסלייד.

בילד: דעבלאזיא קעגנער'ס פאנדרעיזינג געווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל