וואשינגטאן – ווי דערווארט, און ווי מיר האבן נעכטן געמאלדן, איז טראמפ'ס טראוועל און פליטים פארבאט אויף זעקס מאיאריטעט-מוסולמענער לענדער אפגעלאפן וויבאלד די 90 טעג איז געקומען צו אן ענדע, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט קלארגעשטעלט אז א נייער טראוועל און פליטים פארבאט ווערט שוין אויסגעארבעט, און דער פרעזידענט וועט עס אונטערשרייבן אין די קומענדיגע טעג. אדמיניסטראציע באאמטע זאגן אז די צייטווייליגע היימלאנד זיכערהייט סעקרעטארשע אילעין דיוק האט פרייטאג געשיקט א סעריע רעקאמענדאציעס פאר'ן פרעזידענט איבער וויאזוי א נייער טראוועל פארבאט וועט ארבעטן, און א הויפט פונקט פון דיוק'ס פלאן איז, אז עס וועט נישט ארויפגעשטעלט ווערן אויף אלע זעקס לענדער גלייך אויף גלייך, נאר יעדעס לאנד וועט אנדערש ווערן באהאנדלט, לויט וויפיל זיי זענען גרייט צו קאאפערירן מיט אמעריקע'ס זיכערהייט פארלאנגען.

בילד: נייער טראוועל פארבאט באטראכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל