וואשינגטאן – פאליטיקא האט נעכטן באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און ראטגעבער, דזשעראד קושנער, האט גענוצט א פריוואטן אימעיל אקאונט וועלכע איז געעפנט געווארן פאראיאר דעצעמבער, אויף צו דיסקוסירן ווייסע הויז אנגעלעגנהייטן מיט טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע. לויט'ן באריכט האט קושנער גענוצט די פריוואטע אימעילס אינאיינעם מיט זיין אפיציעלן ווייסע הויז אימעיל אקאונט צו קאמיוניקירן מיט דרויסנדיגע ראטגעבער און מיט אדמיניסטראציע באאמטע, אריינגערעכנט געוועזענער שטאב הויפט רעינס פריבוס, געוועזענער הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן, און הויפט עקאנאמישער ראטגעבער גערי קאהן. טראמפ'ס לאיער האט אין א סטעיטמענט באשטעטיגט אז עס עקזיסטירט א פריוואטער אימעיל אדרעס פאר קושנער, אבער ער האט ארויסגעברענגט אז דער פריוואטער אימעיל אדרעס איז גענוצט געווארן ווייניגער ווי הונדערט מאל פון דעצעמבער ביז יעצט, און אז רוב פעלער איז עס געווען ווען ער האט קאמיוניקירט מיט א צווייטן וועלכער האט אויך גענוצט א פריוואטן אימעיל אדרעס, נישט קיין רעגירונג אדרעס. דעמאקראטן האבן זיך באלד ארויפגעכאפט אויף דער אויפדעקונג, זאגנדיג אז דאס איז ענליך צו דער עוולה וואס פרוי קלינטאן האט געטאן אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, נוצנדיג א פריוואטן אימעיל סיסטעם, וואס טראמפ האט געשריגן אז עס קומט איר טורמע דערפאר.

בילד: קושנער גענוצט פריוואטן אימעיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל