אירווין, קאליפארניע – פילע שטודיעס האבן שוין לאנג געוויזן אז לעבן אויף א דיעטע פון געצוימטע קאלעריעס קען הערליך שטארקן אריכות ימים, אבער א פרישע שטודיע ווייזט אצינד צום ערשטן מאל אז באגרעניצן וויפיל קאלעריס מען עסט קען אפילו אויף דער עלטער פארשטייטערן דעם "ביאלאגישן זייגער" מען זאל זיך נישט אזוי שנעל פארעלטערן.

לויט קאליפארניע פארשער לויפט דער ביאלאגישער זייגער פון מענטש, דאס הייסט וויאזוי דער מענטש פארעלטערט זיך, גאר אנדערש פון איינעם צום צווייטן. די טוישונגען זענען היבש געוואנדן ווי גוט דער מעטאבאליזם פראצעסירט ענערגיע-קאלעריס וואס קומען אריין דורך מאכלים.

אין א שטודיע איבער מייז האבן פארשער געזען אז עלטערע צעלן פראצעסירן נישט אזוי גוט קאלעריס ווי יונגע. אבער ווען א גרופע עלטערע מייז זענען געפיטערט געווארן א דיעטע מיט 30% ווייניגער קאלעריס פאר א תקופה פון 6 חדשים, איז זייער מעטאבאליזם יונג און פריש געווארן, ברענגענדיג זיי זאלן זיך עלטערן אין פריידן. דאס מיינט אז א דיעטע מיט ווינציגער קאלעריס קען גאר אפילו צוריקדרייען דעם זייגער.

בילד: שניידן קאלעריס דרייט גאר ביאלאגישער זייגער אויף צוריק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל