אין ירושלים באווינט מען די פטירה פון דעם מחנך הרב רבי שלמה זלמן בלוי ע״ה וועלכער איז טראגיש אומגעקומען נאכ׳ן זיך דערטרענקען אין די ירדן טייך ווען ער האט פרובירט צו ראטעווען דאס לעבן פון זיין 16 יעריגע טאכטער וואס האט זיך אנגעהויבן דערטרונקען, ער האט מיט אלע כוחות איר ארויסגעשטופט פון וואסער, אבער פאר אים איז שוין געווען צו שפעט און ער האט פארלוירן די כוחות און דערטרונקען געווארן. א משפחה מיטגליד זאגט אז די פאמיליע איז געפארן אויף א נסיעה צו קברי צדיקים לכבוד די ימים נוראים און צו די בעפארשטיידנדע חתונה פון זיין טאכטער, און אינמיטן וועג האבן מען געכאפט א שווים אינעם ירדן, אבער די רוישנדע וואסערן האבן באדראעט דאס לעבן פון זיין טאכטער, און ער האט זיך באלד אריינגעווארפן אין טייך און באוויזן צו ראטעווען איר לעבן אבער האט באצאלט מיט דאס אייגענע. רבי שלמה זלמן איז נפטר געווארן אין עלטער פון 46 יאר און לאזט איבער 15 יתומים.

בילד: שוידער: אינגערמאן אומגעקומען ביים ראטעווען זיין טאכטער׳ס לעבן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל