אלבאני – א מאנהעטן פעדעראלע אפעלאט געריכט האט נעכטן ארויסגעווארפן דאס וואס אין יאר 15' איז דער געוועזענער ניו יארק סטעיט סענאט פירער דיען סקעלאס געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע קלאגעס. סקעלאס איז געקלאגט און ארעסטירט געווארן אלס טייל פון א מאסיווער אנטי-קארופציע קאמפיין וואס ניו יארקער פראקורארן האבן אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק, וואס האט אויך אריינגענומען די ארעסט און קלאגעס קעגן געוועזענעם ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער. סילווער'ס שולד אורטייל איז ארויסגעווארפן געווארן מיט דריי מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס זיינע לאיערס זענען געגאנגען אין געריכט און אנגעצייגט אויף א סופרים קאורט אורטייל פון אינמיטן יאר 16' וועלכע האט שווערער געמאכט פאר פראקורארן אנצוקלאגן פאליטישאנס מיט קארופציע קלאגעס, און אצינד איז סקעלאס' שולד אורטייל ארויסגעווארפן געווארן אויך פאר דער זעלבער סיבה, פונעם סופרים קאורט אורטייל. ניו יארקער פעדעראלע פראקורארן האבן שוין קלארגעשטעלט אז זיי וועלן פריש אריינטראגן קלאגעס סיי קעגן סקעלאס און סיי קעגן סילווער אין די קומענדיגע מאנאטן.

בילד: סקעלאס שולד אורטייל ארויסגעווארפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל