איסט לאנסינג, מישיגען – קומענדיגעס מאל איר שפירט זיך אנגעצויגן, אנשטאט זיך פרעגן, "פארוואס בין 'איך' אזוי אנגעצויגן?" פרובירט, "פארוואס איז [פולט אריין אייער נאמען] אזוי אנגעצויגן?" אדער "וואס באדערט אזוי שטארק פאר [פולט אריין אייער נאמען]?"

לויט פסיכאלאגיע פארשער אין "מישיגען סטעיט יוניווערסיטעט" און די "יוניווערסיטעט אוו מישיגען", וועט רעדן פון זיך ווי וועגן א דריטן פערזאן, העלפן בארואיגן דאס געמיט אין א צייט פון אנגעצויגנקייט.

די שטודיע איז באשטאנען פון צוויי באזונדערע עקספערימענטן וועלכע האבן ביידע באשטעטיגט די זעלבע מסקנא: אז רעדן פון זיך אליינס אין דריטן פערזאן ערלויבט דעם מענטש צו טראכטן איבער זיך ענליך צו וויאזוי ער טראכט איבער אנדערע. עס זענען אפילו פארהאן באווייזן דערויף אינעם מח, לויט דר. דזשעיסאן מויזער, 'מישיגען סטעיט יוניווערסיטעט' פראפעסאר איבער פסיכאלאגיע.

אין ערשטן עקספערימענט, האבן באטייליגטע באטראכט בילדער, געוויסע פון זיי נייטראל און געוויסע פון זיי אויפרעגנדע. קודם האבן זיי רעאגירט צו די בילדער אין ערשטן פערזאן (אברהם: דאס דערשרעקט מיך), און שפעטער האבן זיי רעאגירט אין דריטן פערזאן (אברהם: דאס דערשרעקט אברהם), און בשעת מעשה האבן די פארשער באטראכט זייערע מח כוואליעס נוצנדיג "עלעקטראָ-ענסעפאַלאָגראַפי". עמאציאנאלע אקטיוויטעטן אינעם מח זענען אפגעשוואכט געווארן אין איין סעקונדע, ווי נאר די מענטשן האבן אנגעהויבן רעדן פון זיך אין דריטן פערזאן ביים זען די אויפברויזנדע בילדער.

אין צווייטן עקספערימענט האבן די באטייליגטע געטראכט איבער א ווייטאגליכע איבערלעבעניש וואס זיי האבן אמאל געהאט, צוערשט טראכטנדיג פון זיך אין ערשטן פערזאן, און שפעטער ווידעראמאל איבערגעקלערט די ווייטאגליכע פאסירונגען, אבער טראכטנדיג פון זיך אלס דריטער פערזאן. די פארשער האבן דאן אויך אבזערווירט די אקטיוויטעטן פונעם מח, דאסמאל נוצנדיג אן אנדערע טעכניק (גערופן functional Magnetic Resonance Imaging, אין קורצן fMRI). די פראבע האט אויך געוויזן ווייניגער געפילישע מח-אקטיוויטעטן, ווען די באטייליגטע אין די שטודיע האבן זיך באצויגן צו זיך אליינס אין זייערע ווייטאגליכע איבערלעבענישן, אין דריטן פערזאן.

בילד: רעדן צו זיך, וועגן זיך, ווי וועגן א פרעמדן, העלפט בארואיגן אנגעצויגנקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל