מאנהעטן – דער באקאנטער מאנומענט פון קריסטאפער קאלאמבוס, וועלכע שטייט אין צענטער פונעם פאפולערן "קאלאמבוס סירקל" אין ניו יארק סיטי, איז וואנדאליזירט געווארן. ניו יארק סיטי פאליציי אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן געכאפט דעם 38 יעריגן היימלאזן פארשוין, אידענטיפיצירט אלס דעניעל קימערי, בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן אנפארבן דעם גרויסן מאנומענט, און זיי האבן אים ארעסטירט און אנגעקלאגט מיט וואנדאליזם קלאגעס. דאס איז שוין דער צווייטער פאל אין בלויז די לעצטע פאר וואכן, וואס א מאנומענט פון קריסטאפער קאלאמבוס אין ניו יארק סיטי ווערט וואנדאליזירט, נאכדעם וואס עמיצער האט וואנדאליזירט אזא מאנומענט אין צענטראל פארק און יענער איז דערווייל נאכנישט ארעסטירט געווארן. די וואנדאליזם אינצידענטן קומען אין א צייט ווען עס הערשט גרויס קאנטראווערסיע איבער פארשידענע היסטארישע מאנומענטן איבער'ן לאנד, און ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט פארמירט א ספעציעלע קאמיסיע וועלכע זאל דורכפירן אן איבערזיכט אויף אלע מאנומענטן לענגאויס דער שטאט און באשליסן וועלכע עס זענען צו שטארק קאנטראווערסיאל און דארפן אראפגענומען ווערן. פילע זאגן אז קאלאמבוס' מאנומענטן דארפן אראפגענומען ווערן צוליב וואס ער ווערט באשולדיגט אין טשעפען מיט די אינדיאנער-אמעריקאנער וועלכע האבן אריגינעל אקופירט דעם צפון אמעריקאנער קאנטינענט.

בילד: פרישער וואנדאליזם אויף קאלאמבוס מאנומענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל