פאמפעלאנע, שפאניע - די ליסטע פון אלע סארט פאקטארן פארבינדן מיט אריכות ימים ענדיגט זיך נישט און וועט זיך מן הסתם נישט ענדיגן, לאורך ימים. מען רעדט נישט פון קראנטע זאכן וועלכע פארלענגערן דאס לעבן, נאר פון זאכן וועלכע מען זעט זענען פארבינדן, דאס הייסט אז מען זעט אז מענטשן וועלכע לעבן לענגער זענען אין אלגעמיין די זעלבע מענטשן וועלכע טוען דאס און דאס מער ווי אנדערע.

צום ביישפיל, רעזולטאטן פון א מאסיווע יארן-לאנגע געזונטהייט שטודיע, האט אנטדעקט לענגערע און געזונטערע לעבנס ביי מענטשן וועלכע עסן רעגלמעסיג "האַט פּעפּער".

די שטודיע האט נישט באשטעטיגט אז עסן ציפעדיגע פּעפּער פארלענגערט דאס לעבן, אבער יא געוויזן א פארבינדונג וואס איז ווערד ווייטערדיגע און טיפערע פארשונגען, איבערהויפט ווען דער נאטורליכער צוזאמשטעל פונעם גרינצייג אנטהאלט באשטאנדטיילן וועלכע זענען שוין לאנג בארימט דורך פארשער מיט זייערע ספעציפישע געזונטהייט בענעפיטן.

ענליך צו דעם האבן שפאנישע פארשער אצינד באמערקט אז מענטשן וועלכע טרונקען כאטש פיר גלעזער קאווע א טאג, פארמאגן א 64% נידריגערע ריזיקע צו שטארבן ווי די וועלכע טרונקען ווייניגער אדער בכלל נישט.

כאטש קיינער לעבט נישט אויף אייביג, באשטעטיגט אבער די שטודיע די לאנגע און וואקסנדע ליסטע פון קאווע'ס געזונטהייט בענעפיטן.

פארשער זענען נאך אומזיכער וויאזוי גענוי קאווע פארבעסערט דאס געזונט, אבער איין שטארקע השערה איז אז "אנטי-אקסידענטס" אין קאווע קענען מעגליך אוועקשטעלן א באשיצנדע, אנטי-אינפלאמאציע אפעקט, אין קערפער און מח.

בילד: פרישע באווייזן פארבינדן קאווע בענעפיטן מיט אריכות ימים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל