דער טערקישער פרעזידענט ארדואן האט אנגעדייטעט אז ער וועט צוריקדרייען די פארבינדונגען צווישן טערקיי און מדינת ישראל צוליב דעם וואס זיי האבן אויסגעדריקט שטיצע פאר די זעלבסשטענדיגקייט פון די קורדן. טערקיי האלט אינמיטן צוריקשטעלן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל וועלכע איז געווארן אפגעהאקט אין 2012 צוליב די פלאטילע אינצידענט, און דער טערקישער פרעזידענט האט געזאגט אז אויב מדינת ישראל וועט נישט טוישן איר פאזיציע איבער קורדיסטאן וועלן זיי נישט נעמען די ווייטערדיגע שריט פון צוריקשטעלן די דיפלאמאטישע פארבינדונגען. מדינת ישראל איז דערווייל די איינציגע לאנד אין די וועלט וועלע טוט עפנטליך שטיצן די קורדישע אספיראציעס פאר זעלבסשטענדיגקייט, סיי אויפ׳ן דיפלאמאטישן פראנט און סיי מיט פאקטישע סטראטעגישע און מיליטערישע שטיצע.

בילד: טערקיי סטראשעט אז זי וועט אפהאקן באציאונגען מיט מדינת ישראל צוליב זייער שטיצע פאר די קורדן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל