וואשינגטאן – אמעריקאנער האנדלס רעפרעזענטאטן געפינען זיך אין קאנאדע, וואו עס ווערט אפגעהאלטן א פרישע רונדע געשפרעכן מיט באאמטע פון קאנאדע און מעקסיקא, איבערצוארבעטן דעם נאפטא האנדלס אפמאך צווישן די דריי לענדער, אויפ'ן פארלאנג פון פרעזידענט טראמפ וועלכער וויל אז דער האנדלס אפמאך זאל מער בענעפיטירן אמעריקע ווי ביז היינט. מ'האט נישט געהערט קיין סאך ספעציפישע דעטאלן איבער די יעצטיגע רונדע געשפרעכן, נאר בלויז אז אמעריקע וועט פארלאנגען אז אמעריקאנער ביזנעסער זאלן ערלויבט ווערן צו פראדוצירן מער פראדוקטן אין אנדערע לענדער. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט אפטרעטן פון א פארלאנג אז אויטאס וואס ווערן פארקויפט אין אמעריקע זאלן כמעט אלע טיילן דערפון פראדוצירט ווערן אין אמעריקאנער פאבריקן.

בילד: נאפטא געשפרעכן גייען ווייטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל