פון לוי מאיער

עס זענען פארהאן שטארקע מעגליכקייטן, אז ספרינט און טי-מאביל וועלן זיך פאראייניגן פאר איין גרויסע פירמע.

אנגעפאנגען האט זיך עס אין יאר 2014, ווען ספרינט'ס מאמע-פירמע, סאפטבענק, האט געטראכט פון אפקויפן טי-מאביל, אבער ספרינט האט ארויסגעצויגן פונעם פארהאנדלונג, צוליב שטערונגען דורך רעגירונג רעגולאטורן. אבער יעצט האבן זיך ביידע גענומען אקטיוו פארהאנדלען, און עס זעהט אויס מער רעאליסטיש עס צו קענען אויספירן.

עס איז דא שטארקע סיבות פארוואס ביידע ווילן דעם דיעל, דאס איז וויבאלד ספרינט זוכט שוין א לענגערע צייט זיך צו פאראייניגן מיט נאך א קאמפאני, און פון די אנדערע זייט טי-מאביל האט שוין און די לעצטערע צייט אינוועסטירט אסאך געלט צו באקומען נאך קאסטומערס, וואס זי קען עס נישט אויסהאלטן פאר די לאנגע טערמין. פאראייניגענדיג די צוויי קאמפאניס, וועט עס ווערן א ריזן מאכטפולען קאמפאני, מיט צוטריט צו א ריזיגע קאסטומער באזע.

מיט דעם אלעם איז עס נאך נישט קיין זיכערע זאך, און ווי אויך א שווערן באשלוס, וויבאלד מען רעדט דא פון די דריטע און פערטע גרעסטע נעטווארק קאמפאניס אין די פאראייניגטע שטאטן. זיי וועלן זיך דארפן אדורכקומען מיט רעגירונג רעגולאטורן, צו באקומען די גוטהייסונג פאר די פאראייניגונג.

בילד: מעגליכקייט אז ספרינט און טי-מאביל וועלן זיך פאראייניגן!

געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל