בעלגיע – נעכטן האט זיך אנטוויקלט א סענזאציע אין דער אינטערנאציאנאלער מידיא, ווען א גאסט אין א האטעל אין בעלגיע, האט פובליצירט א מערקווירדיג בילד פון עפעס וואס האט אים אפגעווארט אינעם האטעל לאבי. מייקל קוק פון ניו זילאנד, איז געקומען אויף א ביזנעס רייזע קיין בעלגיע, און ווען ער איז אריינגעקומען אינעם הויפט קארידאר פונעם "האטעל טשארלעאי", האט ער געזען ווי אויף א טישל נעבן וואו מען שרייבט זיך איין צו דינגען א צימער, ליגט א קליין שיסל און דערין א גאלדן פישל. נעבן דעם שיסל איז אוועקגעשטעלט געווען א קליינער נאטיץ, וואס האט זיך געלייענט, אז אויב מען איז געקומען אליינס צום האטעל איינצושטיין, און מען שפירט זיך איינזאם און לאנגווייליג, קען מען אפדינגען א קליין פישל, פאר די ביליגע פרייז פון 3.50 יורא פער טאג, און די האטעל איינגעשטעלטע וועלן דאס צוברענגען צו אייך אין צימער. א ווארטזאגער פאר'ן האטעל האט באשטעטיגט אז דאס איז אקוראט, און זייער ציל איז סיי צו איבערראשן די האטעל געסט מיט עפעס אן אינטערעסאנטע זאך, און סיי באמת צוצושטעלן עפעס מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן, אויב מען איז אויף א ביזנעס רייזע און מ'האט אפאר שטונדן ליידיג. מ'קען פיטערן דאס פישל ביי זיך אין צימער, אדער סתם אזוי זיצן און גלאצן דערויף...

בילד: זענט איר איינזאם? דינגט א פישל...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל