פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן זיין דריטע רייזע פארבאט, צוליב דעם וואס די פאריגע רייזע פארבאט פון 90 טעג איז שוין אפגעלאפן, און דאסמאל נעמט דאס אריין א רייע פרישע לענדער, און אין די זעלבע צייט איז סודאן ארויסגעלאזט געווארן פון די ליסטע (איראניש אז דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס א סודאנער אימיגראנט האט דורכגעפירט א שיסעריי אין טענעסי). די נייע פארבאט קומט אין די זעלבע צייט וואס די העכסטע געריכט האלט אינמיטן פאסן א באשלוס איבער די קאנסטיטוציאנאלע לעגאליטעט פון דעם פארבאט.

די נייע פארבאט רעכנט אריין איראן, סיריע, סאמאליע, ליביע און תימן, און עס זענען צוגעלייגט געווארן טשאד, נארט קארעא, און ווענעזועלע, די נייע פארבאט וועט פולשטענדיג אריינגיין אין קראפט אקטאבער 18. עס איז אומקלאר פארוואס דער פרעזידענט האט צוגעלייגט די לענדער, און פאליטישע קעגנער זאגן אז דאס איז א שפיצל און איז געצילט צו איבערצייגן דעם העכסטן געריכט אז די רייזע פארבאט איז נישט ספעציפיש געצילט קעגן מוסלעמענער. די לענדער טשאד און ווענעזועלע געפונען זיך אין א שטארקע קריזיס און פילע פליטים פרובירן צו קומען קיין אמעריקע, אונטער דעם פארבאט וועט אמעריקע אינגאנצן נישט אננעמען קיין פליטים פון די לענדער פאר 90 טאג.

מאפע: פרעזידענט טראמפ שרייבט אונטער פרישע אויסגעברייטערטע רייזע פארבאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל