אין א אינטרעסאנטע טויש פון די געווענליכע רעטאריק וועלכע באשולדיגט מדינת ישראל אין דעם קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער האט נעכטן דער עגפיטישער פרעזידענט אל-סיסי אויסגענוצט זיין רעדע אין די פעלקער פאראיין צו אפעלירן צו די פאלעסטינער אז זיי זאלן נעמען די נויטיגע שריט צו גרייכן צו א שלום מיט מדינת ישראל, ער האט גערופן פאר די פארשידענע פראקציעס אינערהאלב די פאלעסטינער באפעלקערונג זיך צו פאראייניגן אונטער א צענטראלע רעגירונג וואס זוכט צו אנקניפן גוטע באציאונגען מיט מדינת ישראל און אויסגעדריקט גרייטקייט צו העלפן. דאס קומט נאכדעם וואס דער עגיפטישער פרעזידענט האט זיך נעכטן צום ערשטן מאל געטראפן אין די עפנטליכקייט מיט׳ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו און איז א צייכן אויף א מער באלאנסירטע צוגאנג וואס די אראבישע לענדער נעמען לעצטנס איבער דעם קאנפליקט. אל-סיסי האט געזאגט ״מיר האבן א גוטע ערפארונג מיט אונזער שלום מיט מדינת ישראל איבער די לעצטע 40 יאר״ עס איז געקומען די צייט אז אויך די פאלעסטינער זאלן געניסן פון שלום.

בילד: עגיפטישער פרעזידענט רופט צו די פאלעסטינער צו נעמען שריט פאר שלום מיט מדינת ישראל

ווידיא: די פולע רעדע


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל