וואשינגטאן – די געוועזענע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטין, פרוי קלינטאן, גרייט זיך ארויסצוגעבן איר בוך, ביים נאמען "וואס האט פאסירט?", און נעכטן זענען ארויסגערונען עטליכע פאראגראפן פונעם בוך אין פובליק, און עס שטעלט זיך ארויס אז קלינטאן האט א גאנצע ליסטע פון מענטשן וועמען זי באשולדיגט אין איר פארלוסט... אינעם בוך שרייבט קלינטאן, "איך בין שטאלץ צו זיין א דעמאקראט, און איך וואונטש זיך אז בערני זאל ווען אויך זיין א דעמאקראט", און דאס איז צווישן די פארשידענע זאכן וואס זי שרייבט איבער איר פריימערי קעגנער בערני סענדערס, באשולדיגנדיג אים אין איר פארלוסט צו טראמפ. קלינטאן שרייבט אז פרעזידענט אבאמא האט איר געזאגט אין לויף פונעם קאמפיין, אז זי זאל זיך צוריקהאלטן פון אטאקירן סענדערס' ליבעראלע פאליסיס, "וואס האט מיר געמאכט שפירן ווי איך בין איינגעשפארט אין קייטן", און באזונדער שרייבט זי אז בערני איז נישט געלאפן צו געווינען דאס ווייסע הויז אלס א דעמאקראט, נאר פשוט געצילט חרוב צו מאכן די דעמאקראטישע פארטיי.

בילד: קלינטאן בוך: סענדערס שולדיג אין פארלוסט

צו באקומען:



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל