דער גענעראל סעקערטאר פון די פעלקער פאראיין האט היינט ביי זיין אויפטריט פארנט פון די גענעראל פארזאמלונג און אפעלירט צו די וועלט פירער צו נידערן די טענער ווען עס קומט צו נוקלעארע סטראשערייען, און זיין שטארק געווארנט פון רעטאריק וואס קען פירן צו א נוקלעארע קאטעסטראפע. און האט געווארנט אז די וועלט שטייט אויס די ארגסטע נוקלעארע געפאר זינט די קאלטער קריג. ער האט צוגעלייגט אז ״מיליאנען איבער די וועלט לעבן אונטער שרעק צוליב די אומפאנטווארטליכע שריט פון נארט קארעא״.

ער האט אפעלירט פאר א דיפלאמטישע לעזונג צו די קריזיס ארום נארט קארעא און אפעלירט צו וועלטפירער צו זיין ״שׁטאטסמאן״ ווען עס קומט צו דעם. און האט זיך דאן באצויגן צו די פאקט אז פילע מיליאנען איבער די וועלט האבן אין די לעצטע יאר געליטן פון הונגער און פון שרעק צוליב מלחמות וועלכע פלאקערן איבער די וועלט, ״פאליטישע אנגעצויגנקייט האט געברענגט דערצו אז צוטרוי איז גאר נידריג צווישן לענדער און אינערהאלב די וועלט לענדער״.

עס איז די ערשטע ״סטעיט אף די ווארלד״ רעדע וואס אנטאניא גועטערעס געבט אלס ערוויילטער גענעראל סעקערטאר פון דעם פאראיין, און ער האט פרובירט צו צייגן זיין פירערשאפט סטיל וואס ער באצייכנט אלס אזאנס וואס קאנצעטרירט אויף די וואוילזיין פון אינדיווידועלן איבער די וועלט און מער אן אקטיווע צוגאנג צו ברענגען שלום צו מלחמה-געפלאגטע ראיאנען.

בילד: גענעראל סעקערטאר פון די פעלקער פאראיין: געפאר פון נוקלעארע קריג איז ערנסט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל