ביידע סארט ברענשטאף ארבייטן דורך א קליינע "אויפרייס" ביים שפיץ פון די מאטאר, וואס דאס גיט די כוח פאר'ן מאטאר זיך צו דרייען און טרייבן די קאר, אבער די צוויי ערליי ברענשטאפן ארבייטן אינגאנצן אנדערש.

ביי געזאלין קומט די אויפרייס דורכדעם וואס די עלעקטרישע סיסטעם פון די קאר גיט ארויס א פינק פייער (דורך די "ספארק פלאג") ביים שפיץ פונעם מאטאר, ווען עס קומט אריין א טראפן געזאלין מיט אביסל אקסידזשען, און די פינק פייער מאכט אז די געזאלין/אקסידזשען קאמבינאציע זאל עקספלאדירן, און פון דעם דרייט זיך די מאטאר נאך אביסל.

ביי דיזעל איז נישטא קיין פינק פייער פון די עלעקטראנישע סיסטעם, און די טראפן דיזעל ברען-שטאף עקספלאדירט דורך ווערן גאר שטארק צוזאמגעדרוקט מיט מורא'דיגע פרעשור, און נאכדעם גיט עס א מעכטיגע קראך אויף, און מיט דעם כוח דרייט זיך די מאטאר.

די ערקלערונג איז זייער פשוט, ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, ווען ביידע סארט מאטארן, די ספארק פלאג ביי געזאלין אדער קאמפרעשאן סיסטעם ביי דיזעל, זענען ארום גענומען מיט גאר קאמפליצירטע אפאראטן אז יעדע קליינע איינצלהייט זאל קלאפן אויפ'ן האר.

וויבאלד די צוויי סארטן ברען-שטאף ארבייטן אזוי אנדערש, זענען די מאטארן אינגאנצן אנדערש געבויט, ווי אויך זענען אנדערש די מאטאר קלאנגען, די עקזאסט-מאפלער סיסטעם, און די רעגולאציעס וואס זענען איינגעפירט ביים בויען און אנהאלטן די מאטארן.

בילד: וואס איז די הויפט חילוק צווישן געזאלין און דיזעל?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל