די קעניגרייך אין קאטאר וועלכע איז דיפלאמאטיש איזאלירט נאכדעם וואס עטליכע פון אירע אראבישע שכנים האבן געלייגט אויף איר א באיאקאט, טוען זוכן וועגן צו אנקניפן נענטערע באציאונגען מיט אידישע געמיינדעס אין אמעריקע. די רעגירונג אין קאטאר האט - ווי באריכטעט פאריגע וואך - אויפגענומען דעם אידישן סטראטעגיסט און לאביאיסט ניק מוטצען, א געוועזענער קאמפיין געהילף פאר טעד קרוז, אז ער זאל העלפן מיט די באמיאונגען צו שאפן פארבינדונגען צווישן קאטאר און אידישע געמיינדעס אין אמעריקע.

מוטצען האט באשטעטיגט די באריכט און געזאגט אז קאטאר זוכט בעסערע באציאונגען מיט אידן איבער די וועלט, און זיי גלייבן אויך אז גוטע באציאונגען מיט אידישע גרופעס אין אמעריקע וועט פארשטערקערן זייערע באציאונגען מיט די אמעריקאנער רעגירונג. אזוי אויך זוכט די קעניגרייך צו האבן א אומדירעקטע פארבינדונג צו מדינת ישראל דורך די אמעריקאנער אידישע פרא-מדינת ישראל געמיינדע, וויבאלד אפיציעלע האט זי נישט קיין דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל, און מדינת ישראל טוט איר באשולדיגן אין שטיצן טעראר און פינאנצירן די כאמאס טעראר גרופע.

בילד: קאטאר זוכט נענטערע באציאונגען מיט אידישע געמיינדע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל